Hoppa över navigering, hoppa direkt till textinnehållet Hoppa till navigeringen Startsida

דאס ביכל, אויב א קריזיס אדער קריג קומט אן

דאס אויב א קריזיס אדער קריג קומט אן ביכל איז וועגן וויאזוי איינוואוינער פון שוועדן קענען זיין בעסער צוגעגרייט פאר די קאנסעקווענצן פון ערנסטע נויטפעלער, געפערליכע וועטער, IT אטאקן און מיליטערישע קאנפליקטן.

פארוואס איז די דאזיגע אינפארמאציע וויכטיג?

די אינפארמאציע איז א מיטל אייך צו העלפן טון אייער פליכט און אויך צו פארשטיין וויאזוי אונזער געזעלשאפט ארבעט. אויב איר זענט גוט אינפארמירט און צוגעגרייט, קענט איר צוגיין און העלפן אנדערע אויב עפעס פאסירט. יעדער וואס וואוינט דא טיילט זיך מיט די פאראנטווארטליכקייט פאר שוועדן'ס זיכערהייט און צוגעגרייטקייט.

פאקטן

דאס לעצטע מאל וואס אזא סארט ביכל איז ארויסגעשיקט געווארן איז געווען ביי די קאלטע קריג. דעמאלטס איז עס גערופן געווארן "אויב מלחמה קומט". שפעטער, איז די אינפארמאציע אריינגערעכנט געווארן אין טעלעפאן דירעקטאריס.

Publicerad: 2018-06-21
Uppdaterad: 2018-06-21
Skribent: Redaktionen
Innehållsansvarig: Redaktionen